וואשינגטאן – א פרישע אנקעטע צייגט, אז א מערהייט אמעריקאנער בירגער שטיצן דעם פלאן פון פרעזידענט טראמפ, צו שיקן נעשאנעל גארד טרופן, צו באוואכן ביים גרעניץ צווישן אמעריקע און מעקסיקא. די אנקעטע, דורכגעפירט דורך "רויטערס", צייגט אז 55 פראצענט אמעריקאנער האלטן אז דאס שיקן די נעשאנעל גארדס צו דער גרעניץ, איז א גוטע קורץ-טערמיניגע לעזונג צום פראבלעם פון שמוגלערייען, אבער בלויז 49 פראצענט האלטן אז ס'איז א לאנג-טערמיניגע לעזונג צום פראבלעם. אויב צעטיילט מען די אישו לויט פארטיי-אפיליאציע, זעט מען אז 77 פראצענט רעפובליקאנער האלטן אז די נעשאנעל גארדס ביי דער גרעניץ איז א גוטער געדאנק, און צווישן דעמאקראטן זאגן בלויז 42 פראצענט אז דאס איז א גוטע זאך. זעכציג פראצענט אמעריקאנער שטיצן טראמפ'ס פארשלאג צו פארמערן די צאל גרעניץ פאטראל וועכטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל