וואשינגטאן – דער "וואשינגטאן פאוסט" באריכטעט, אז אין א זיצונג מיט טראמפ'ס לויערס אין מערץ, האט דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער געסטראשעט די לויערס, אז אויב טראמפ וועט נישט וויליג זיך אראפזעצן פאר אן אינטערוויו מיט אים, וועט ער מעגליך שיקן א סובפינע פאר'ן פרעזידענט, אים צו צווינגען צו אן אינטערוויו, וואס אויב דער פרעזידענט איגנארירט אזא סובפינע, קען ער פאר דעם אליינס ווערן אנגעקלאגט. דער באריכט קומט איין טאג נאכדעם וואס צו דער מידיא האט ארויסגעליעקט א ליסטע פון 48 פראגעס וואס מוללער וויל פרעגן פון פרעזידענט טראמפ – א ליעק וואס פרעזידענט טראמפ האט פארדאמט אויף טוויטער, שרייבנדיג "זייער געמיין אז די פראגעס אין פארבינדונג מיט די רוסישע 'מכשיפה געיעג' (witch-hunt, טראמפ'ס באצייכענונג אויף דער רוסלאנד אויספארשונג) זענען ארויסגעליעקט געווארן צו דער מידיא. נישטא דארט קיין פראגעס איבער קאלוזשען!"

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל