אין א סטעיטמענט צו די פרעסע האט וויצע פרעזידענט מייק פּענס צום ערשטן מאל עפנטליך אפעלירט צום ספעציעלן אויספארשער ראבערט מולער, צו ענדיגן די רוסלאנד אויספארשונג וועלכע ציט זיך שוין איבער א יאר.

פענס האט אנגעוויזן אז די אדמינסטראציע האט פולשטענדיג קאאפערירט מיט דער אויספארשונג און צוגעשטעלט פאר די אויספארשער איבער א מיליאן דאקומענטן, און ווי עס שיינט זענען נישט דא קיין באווייזן איבער א פארבינדונג צווישן דעם טראמפ קאמפיין און רוסלאנד.

דער וויצע פרעזידענט האט געמאכט דעם סטעיטמענט אין דער ענדרוס מיליטערישער באזע, קורץ נאכן אנטפאנגען, אינאיינעם מיט פרעזידענט טראמפ, די דריי אמעריקאנער ארעסטאנטן פון צפון קארעא.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל