א רעפארמער ראביי אהרן פאנקין פון די היברו יוניאן קאלעזש, 53 יאר אלט, איז אומגעקומען שבת אינדערפרי ווען ער האט געפירט א פליגער אין די האדסאן וועלי געגנט אין אפסטעיט ניו יארק. אהרן האט געפירט א עיראנסא 7 עי-סי פליגער, און האט געקראכט אין מידעלטאון נאנט צו די ניו זשערסי גרעניץ, נאכן אפנעמען זיינע פאסאזשירן פון די רענדאלל לופטפעלד.

אהרן'ס משפחה האט איבערגעלעבט, אבער א צווייטער פאסאזשיר אויפן פליגער אן ארכיטעקט, איז געשעדיגט געווארן אינעם קראך. עס איז נישט קלאר וואס עס האט צוגעפירט אז די קראך זאל פאסירן, און איז דעריבער אונטער אויספארשונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל