אילינאי – מער ווי צוויי הונדערט שטיינער זענען וואנדאליזירט געווארן מיט האקנקרייצן, אין אן אמעריקאנער מיליטערישער סעמעטערי, וואו עס ליגן אויך א גרויסע צאל אידישע וועטעראנען פון דעם אמעריקאנער מיליטער. דער וואנדאליזם האט פאסירט ביי די גלען קארבאן סעמעטערי אין אילינאי, און ווי די פאליציי האבן געזאגט, האט דער וואנדאליזם אויסגעזען געצילט דוקא אין בעפארברייטונג צו די מעמאריעל דעי חאגע. זונטאג האבן די פאליציי ארעסטירט א 34 יעריגן פארשוין, אידענטיפיצירט אלס טימאטי מעקליען, וועלכער האט זיך מודה געווען פריוואט פאר די פאליציי אין אנפירקלען די האקנקרייצן, און ער איז נעכטן געברענגט געווארן אין געריכט.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל