וואשינגטאן – נאענט צו הונדערט פראצענט פון טיטשערס אין אמעריקע געבן אויס פון זייער אייגן געלט, איינצוקויפן סקול סופלייס וואס זיי דארפן האבן פאר זייער דזשאב, און א מערהייט געבן אויס מער וויפיל זיי קענען בכלל האפן צוריקצוזען. די פעדעראלע רעגירונג האט א ספעציעלע "טעקס דידאקשען" פאר טיטשערס, אז זיי קענען יערליך אראפרעכענען פון זייער געהאלט א מאקסימום פון צוויי הונדערט און פופציג דאלאר, צוליב סקול סופלייס, אבער די שטודיע פון די "נעשאנעל צענטער פאר עדזשוקעישאן סטאטיסטיקס" צייגט, אז אין דורכשניט שפענדט יעדער טיטשער פון זייער אייגן געלט ארום 480 דאלאר א יאר פאר סקול סופלייס. די שטודיע קומט אין א צייט וואס ס'הערשט א נאציאנאלע באוועגונג פון פראטעסטן און סטרייקס דורך טיטשערס, און די שטודיע וועט עס נאר פארשטארקערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל