דער אויסערן מיניסטער פון סאודי אראביע האט אין אן אינטערוויו מיט סי-ען-ען קלארגעשטעלט, אז זיין לאנד וועט זיך צושטעלן צום נוקלעארן געיעג אויב איראן וועט איינהאלטן אירע ווארנונגען און באנייען איר נוקלעארע וואפן פראגראם.

דער מיניסטער, אדאל אל-זשאביר, האט געזאגט אז זיין לאנד וועט נישט קענען זיין אין א סיטואציע אין וועלכער איראן האט א מיליטערישע אויבערהאנט איבער איר, וויבאלד איראן איז א פיינטליכע לאנד וועלכע באדראעט די זיכערהייט פון סאודי אראביע.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס אייראפעאישע לענדער פרובירן צו ארבייטן אויף אלע פראנטן צו ראטעווען דעם דורכגעפאלענעם אפמאך מיט איראן, טראץ דעם וואס אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן דערפון, אבער עטליכע פירער האבן אויסגעדריקט סקעפטיציזם אויב עס איז מעגליך צו אנהאלטן דעם אפמאך נאכדעם וואס אמעריקע באנייט די עקאנאמישע סאנקציעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל