מישיגען - סייענטיסטן ביי די "יוניווערזיטעט אוו מישיגען", האבן אויסגעדרוקט צופרידענהייט איבער א נייע וואקסינאציע וואס האט באוויזן צו פארמיידן און אפשטעלן עלערגישע-רעאקציעס ביי מייזן וואס זענען עלערגיש צו ניס.

דער וואקסינאציע איז געגעבן געווארן פאר א גרופע מייזן, און דער וואקסין האט סוקסעספול פארמיטן קראצענישן און אטעמען-פראבלעמען אפילו צוויי וואכן נאכדעם וואס זיי זענען געגעבן געווארן דער לעצטער דאזע. דער וואקסינאציע איז געגעבן געווארן דורך די נאז דריי מאל א חודש. פארשער זאגן אז דער וואקסינאציע טוט אקטיוויזירן, וואס זיי רופן אן, א פרישע סארט "אמיון-סיסטעם" רעאקציע וואס באקעמפט עלערגיעס.

בילד




"מיר טוישן די וועג וויאזוי אונזער אמיון-סיסטעם רעאגירט צו עלערגיעס", זאגט דר. אקנעק, א פראפעסאר וועלכע האט אנטיילגענומען אין די שטודיע. אקנעק גוט צו פארשטיין אז דורכ'ן מענאוורירן דער אמיון-סיסטעם רעאקציעס וועט דער וואקסין נישט נאר איבערקלוגען די רעאקציעס, נאר זי וועט אקטיוויזירן געוויסע צעלן וואס וועט פארמיידן סיי וועלכע עלערגישע רעאקציעס נאך איידער זי גרייפט אן דער גוף".

די שטודיעס זעצט ווייטער פאר, און סייענטיסטן פרובירן צו זען ווילאנג דער וואקסינאציע וועט קענען באשיצן דער מענטש קעגן ניסן-עלערגיעס, אבער אין די זעלבע צייט דרוקן זיי אויס האפענונג אז דער נייער צוגאנג וועט קענען באקעמפן און פארמיידן עלערגישע רעאקציעס צו ניס, אויף לאנגע טערמינען.

פארשער זאגן אבער אז נישט אלעמאל וועלן די רעזולטאטן ארויסקומען די זעלבע ווי אויף מייזן. דער שרייבער פונעם שטודיע, דר. דזשעימס בעקער זאגט אז די פארשונגען לערנט אונז וויאזוי עסן- עלערגיעס אנטוויקעלט זיך אינעם קערפער, און וואס עס פאסירט מיט דער "אמיון סיסטעם", אז זיי זאלן קענען עפעקטיוו באהאנדלט ווערן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל