פוירל הארבאר – די אמעריקאנער מיליטער האט נעכטן געטוישט דעם נאמען פון איר "פאסיפיק קאמאנד", און עס א נאמען געגעבן "דער אמעריקאנער אינדא-פאסיפיק קאמאנד", אלס א סימבאלישע שריט לטובת אינדיע. דער אפטיילונג פון די מיליטער, ווועלכע פארמאגט 375 טויזנט ציווילע און מיליטערישע איינגעשטעלטע, איז פאראנטווארטליך פאר אמעריקע'ס אלע מיליטערישע באוועגונגען אינעם פאסיפיק ראיאן, און וועלנדיג צייגן ווי וויכטיג אינדיע איז פאר אמעריקע'ס מיליטערישע אינטערעסן, האט פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס געמאלדן דער נאמען טויש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל