וואשינגטאן – דער פענטאגאן האט נעכטן ארויסגעגעבן א באריכט, איבער דעם דורכגעפאלענעם אייסיס איבערפאל וואס האט פאסירט פאראיאר אקטאבער אויף אמעריקאנער זעלנער אין נייגער, וואו פיר זעלנער זענען אומגעקומען, און דער באריכט קומט צום אויספיר, אז די סיבה צו דער דורכגעפאלענער מיסיע איז געווען צוליב עטליכע פאקטארן. די אמעריקאנער זעלנער האבן זיך געפונען אין נייגער, א לענדל אין מערב-אפריקע, נאכצויאגן און פאנגען אייסיס מיטגלידער, אבער איידער'ן אונטערנעמען די ספעציפישע מיסיע, האבן די זעלנער נישט געהאט באקומען די נויטיגע באשטעטיגונג פון די קאמאנדירן. אויסער דעם זענען זיי נישט געווען געהעריג צוגעגרייט פאר א מעגליכן איבערפאל און זיי האבן זיך נישט געהאט גענוג טרענירט. דער פענטאגאן זאגט אז זיי וועלן אין די נאענטע מאנאטן ארויסשטעלן פרישע קלארע פארשריפטן וויפיל טרענירונג און צוגרייטונג אזעלכע האקעלע מיסיעס דארפן האבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל