דער אמעריקאנער סעקרעטערי אף סטעיט, מייק פאמפעו, האט נעכטן ווידעראמאל אפגעשטאט א באזוך אין צפון קארעא, צו אויסארבייטן די לעצטע דעטאלן ארום די בעפארשטייענדע סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג-אָן.

אלס א צייכן פון גוטן ווילן, האט דער רעזשים אין צפון קארעא באפרייט 3 אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן דארט געשמאכטעט אין טורמע, און די 3 זענען היינט אנגעקומען אהיים און געפינען זיך אין א גוטע געזונט צושטאנד.

אויפ׳ן וועג אהיים, האט דער סעקרעטערי זיך אפגעשטעלט אין יאפאן, וואו ער האט באריכטעט צו די דארטיגע באאמטע איבער די פארשריט אין די געשפרעכן, און האט אין אן עפנטליכע סטעיטמענט געזאגט אז די אנטוויקלונגען זענען גאר פאזיטיוו.

אין די זעלבע צייט האט פרעזידענט טראמפ געזאגט, אז ער וועט אין די קומענדיגע טעג מעלדן וואו די איין טאגיגע סאמיט וועט ווערן אפגעהאלטן, און אז עס וועט צום סוף נישט פארקומען אין די דע-מיליטעריזירטע זאנע ביים גרעניץ פון קארעא.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל