מאסקווע – וולאדימיר פוטין איז נעכטן אפיציעל איינגעשוואוירן געווארן פאר א פערטן טערמין אלס פרעזידענט אין רוסלאנד. די איינשווערונג צערעמאניע איז פארגעקומען מיט גרויס פאמפע אינעם קרעמלין, וואוהין פוטין איז אנגעקומען מיט א רוסיש-פאבריצירטע פרעזידענטליכע לימוזין, וועלנדיג סימבאליש צייגן פאר די רוסישע בירגער, אז ער וועט מער נישט נוצן קיין אמעריקאנער-אימפארטירטע אויטא, און אז רוסלאנד קען אלעס פראדוצירן אליינס. ביי זיין רעדע האט פוטין פארשפראכן אויפצורעכטן די רוסישע עקאנאמיע, וועלכע פלאגט זיך זייער שטארק אלס רעזולטאט פון די נאכאנאנדיגע מערב וועלט סאנקציעס, און נאך דער איינשווערונג האט דער קרעמלין געזאגט אז פוטין וועט האלטן דעמיטרי מעדוועדעוו ווייטער אלס זיין פרעמיער מיניסטער – א פאזיציע וואס מעדוועדעוו האט שוין זינט יאר 2012.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל