קיעוו – אוקריינע האט אוועקגענומען אלע באעהרונגען וואס זיי האבן געהאט געשאנקען אין לויף פון די יארן פאר א באקאנטן אידישן אקטיוויסט און פאליטישאן, וועלכער האט איבערגעלעבט דעם צווייטן וועלט קריג. די רעדע איז פון יוסיף דאווידאוויטש קאבזאן, אן אכציג יעריגער אידישער זינגער, וועמען די אוקריינישע רעגירונג זוכט יעצט צו באשטראפן צוליב וואס ער האט געזאגט אין יאר 2014, אז ער האלט אז רוסלאנד דארף טאקע זיין אין קאנטראל פון קרימיע, ווייל עכט באלאנגט עס פאר זיי. צווישן די שריט וואס אוקריינע האט גענומען קעגן קאבזאן, איז דאס אז זיי האבן איינגעפרוירן אלע זיינע באנק אקאונטס און נכסים אין אוקריינע.

בילד: מר. קאבזאן מיט פוטין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל