ברוקלין – די ניו יארק סיטי פאליציי זוכן א פארשוין, וועלכער ווערט באשולדיגט אין דורכפירן צוויי פרואוון צו קידנעפן קינדער, איינס פון זיי אין בארא פארק. פאליציי זאגן אז דער אומאידענטיפיצירטער פארשוין, פון וועמען זיי האבן ארויסגעגעבן סורוועילענס בילדער, האט קודם פרובירט צו קידנעפן א צען יעריג יונגל אין בארא פארק מיט איינס און א האלב וואך צוריק, אבער דאס קינד האט זיך באוויזן ארויסצודרייען. צוויי טעג שפעטער איז דער פארשוין צוריקגעקומען, אבער דאסמאל אינעם סאנסעט פארק ראיאן, און נאכאמאל פרובירט צו קידנעפן א קינד. די פאליציי זאגן אז דער געזוכטער ווערט באטראכט ווי אן אזיע-אפשטאמיגער ערוואקסענער און איז צום לעצט געזען געווארן מיט א שווארצן היטל אויפן קאפ, א שווארצן העמד און ברוינע זומער-שיך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל