צאנא – דער ניו יארק טיימס באריכטעט, אז צווישן צען און פופצן אמעריקאנער "גרין בערעי" עליטע זעלנער געפינען זיך אין תימן, און העלפן ארויס דאס סאודי אראביע מיליטער, וועלכע קעמפט דארטן קעגן די איראנער-געשטיצטע האוטי רעבעלן. ביז יעצט האט דער פענטאגאן נאכאנאנד געזאגט אז אמעריקע'ס ראלע אינעם ארטיגן קריג איז זייער געצוימט, און נעמט בלויז אריין דאס מיטטיילן שפיאנאזש און ארויסהעלפן סאודיער מיליטערישע פליגערס מיט'ן זיי אנפילן מיט ברענשטאף אינמיטן פלי-מיסיעס, אבער לויט דער טיימס אויפדעקונג, זענען די קליינע גרופע אמעריקאנער זעלנער דירעקט פארמישט אינעם קאמף, העלפנדיג סאודיער ערד טרופן באשיצן זייער גרעניץ נעבן תימן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל