וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז אזויפיל ווי פופציג טויזנט האנדוראס בירגער, וועלכע געפינען זיך אין אמעריקע, וועלן מוזן פארלאזן דאס לאנד אין די קומענדיגע פאר חדשים, ביז יאנואר 5 יאר 2020, און אויב נישט, וועלן זיי אויסשטיין דעפארטאציע.

די פופציג טויזנט האנדוראס בירגער זענען אריינגעלאזט געווארן אין אמעריקע אונטער א ספעציעלן שוץ פראגראם, נאך א מאסיווע האריקעין וואס האט דארטן באטראפן אין יאר 1999, און יעצט וויל די טראמפ אדמיניסטראציע אז די אלע זאלן שוין אהיימגיין צוריק צו זייערע לענדער. דאס קומט נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט אין די לעצטע מאנאטן שוין אפגעשטעלט די שוץ סטאטוס פאר טויזנטער האיטיער, סאלוואדארער און סודאנעזער בירגער, און זיי פארארדענט אהיימצוגיין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל