האוואנא – די קובאנער רעגירונג האט געמאלדן, אז זיי וועלן איבערארבעטן זייער קאנסטיטוציע, צו ברענגען פילע רעפארמען און פרייהייטן פאר די בירגער, וואס דאס איז אויפגענומען געווארן אלס א פאזיטיווער צייכן, שטייענדיג בלויז געציילטע וואכן נאכדעם וואס מיגועל דיאז-קאנאל האט איבערגענומען די פירערשאפט אין לאנד, ברענגענדיג צו א פארמאלע ענדע די ראלע פון די קאסטרא רעזשים. געוועזענער פרעזידענט ראאול קאסטרא האט שוין אין יאר 11' אביסל רעפארמירט די עקאנאמיע, צו געבן מער שאנסן פאר מענטשן צו האבן אייגענע ביזנעסער, אבער עס האט נישט געהאלפן ראטעווען די פארשלאפענע ארטיגע עקאנאמיע. אצינד זאגט דיאז-קאנאל אז מ'וועט נאכמער רעפארמירן, אבער ער האט געזאגט אז די קאנסטיטוציע וועט פארבלייבן מיט די "אומטוישבארע כאראקטער פון סאציאליזם".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל