דזשערסי סיטי – אן אינטערנאציאנאלער שטורעם איבער א סטאטוע אין דזשערסי סיטי וועט האפנטליך איינשטילן, נאכדעם וואס מען האט דערגרייכט א שליכטונג. דער שטורעם איז אנטשטאנען נאכדעם וואס מ'האט געהערט אז עס זענען דא פלענער אוועקצונעמען א מאנומענט וועלכע שטייט צו באעהרן די קרבנות פון טרויעריג-בארימטן "קאטין שחיטה" וואס האט פאסירט אין יאר 940', ווען סאוויעטישע ברוטאלע געהיימע פאליציי האבן דערמארדעט מער ווי צוואנציג טויזנט געכאפטע פוילישע בירגער, אריינגערעכנט פוילישע זעלנער און אפיצירן און פילע אידן. מ'האט געזאלט אינגאנצן אוועקנעמען דעם מאנומענט פונעם האדסאן ריווער וואסער-פראנט, ברענגענדיג פארדאמונג פון פוילישע פאליטישאנס, אבער די לאקאלע אויטאריטעטן האבן דערגרייכט אן אפמאך, אז מ'וועט עס בלויז רוקן צו א צווייטע ארט, אבער ס'וועט בלייבן פראמינענט ביים וואסער-פראנט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל