באציענדיג זיך צו דער נעכטיגער אויפדעקונג פונעם מדינת ישראל פרעמיער וואס האט קלארגעשטעלט די איראנישע אמביציעס צו אנטוויקלען א נוקלעארע פראגראם פאר מיליטערישע צוועקן, האט דער נייער סעקרעטערי אף סטעיט מייק פאמעפאו געזאגט אז די דאקומענטן באשטעטיגן אז איראן האט ליגנט געזאגט ביים פארהאנדלונגס טיש, און איר נוקלעארע פראגראם איז נישט געצילט פאר ציווילע צוועקן ווי עלעקטעריק און מעדיצינישע פארש ארבייט.

״די באדייט דערפון איז אז די גאנצע אפמאך איז געבויט אויף א יסוד פון ליגנט,״ האט פאמעפאו דערקלערט אויספירנדיג אז דער אפמאך "איז באזיסלאז," אבער האט נישט קלארגעשטעלט אויב פרעזידעט טראמפ וועט זיך טאקע ארויסציען פונעם אפמאך קומענדיגן מאי 12, ווען ער איז ערווארטעט צו מעלדן זיין ענדגילטיגע באשלוס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל