סאן פראנציסקא – א זאמלונג פון חפצים פון אידן אין קאנצענטראציע לאגערן, איז ארויסגעשטעלט געווארן צו פארקויפן ביי א ספעציעלער ליציטאציע, און איז אפגעקויפט געווארן דורך די "סאן פראנציסקא האלאקאוסט צענטער" פאר דריי טויזנט דאלאר. די חפצים זענען געזאמלט געווארן דורך מאוזעס קאוועי, א ניו יארק דיסטריקט אטוירני וועלכער האט אין די יארן נאכ'ן צווייטן וועלט קריג פארברענגט צוויי יאר צו פראצעסירן נאצי קרימינאלן ביי די באקאנטע נורעמבורג פראצעסן. די זאמלונג אנטהאלט געטא וואלוטע, מעדאלן, געלע שטערנדלעך פון אידן, בריוון און פאסט קארטלעך פון אידן אינעם טערעזיענשטאט לאגער, פארשידענע בילדער, און קאוועי'ס אייגענע געשריבענע נאטיצן און דאקומענטן, וואס ער האט פאר זיך געצייכנט אין לויף פון די פראצעסן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל