האנאלולו – אמעריקאנער געאלאגישע באאמטע האבן נעכטן מיטוואך געהעכערט דעם ווארענונג שטאפל איבער'ן קילאוויא וואולקאן אין האוואאי, פון "אראנדזש" צו "רויט", זאגנדיג אז די ריזיקע אז דער וואולקאן וועט פונדאסניי מאסיוו עקספלאדירן, איז פארשטארקערט געווארן. אויב וועט דער וואולקאן עקספלאדירן, באדייט עס אז ס'וועט שיקן ריזיגע שטיינער פאר הונדערטער פיס אין דער לופטן, שטעלנדיג א פרישע ערנסטע לעבנסגעפאר פאר איינוואוינער אינעם ראיאן. די "רויט" אלערט צילט בעיקר צו ווארענען די אוויאציע אינדוסטריע און פילאטן, אז טראץ וואס דערווייל איז נישטא א דירעקטער געפאר פאר פליגערס דורכצופארן העכער'ן וואולקאן, קען אבער די רויעך שטערן פון זען געהעריג בשעת מען פליעט העכער דעם, און אויך מיינט עס אז ס'קען עקספלאדירן יעדע ליאדע סעקונדע, און שעדיגן פליגערס וואס פארן העכער דעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל