פלארידע – נעכטן האבן פעדעראלע אויטאריטעטן געזאגט אז זיי פארשן אויס צוויי פרישע ערנסטע פליגער אינצידענטן. דאס ערשטע אינצידענט האט פאסירט זונטאג, ווען א דזשעט בלו פליגער וואס איז געווען אויפ'ן וועג קיין טעמפא, פלארידע, האט געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג אין מיאמי, נאכדעם וואס דער פענסטער פארנט פונעם פליגער האט זיך צעקראכט. דער פליגער איז געפארן פון סאן כואן, פארטא ריקא, קיין טעמפא, ווען אינמיטן וועג האט די דרויסנדיגע שיכט פון די פענסטער פון די פילאטן געכאפט א פאר שפאלטן. די פילאטן האבן געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג אינעם פארט לאטערדעיל לופטפעלד, און אלע פאסאזשירן זענען אראפ פונעם פליגער אומבאשעדיגט. דער צווייטער אינצידענט האט פאסירט אינעם באלטימאר אינטערנעשאנעל לופטפעלד, וואו א פליגער האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א "פיק-אפ" טראק, אבער קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל