א פאראייניגטע סטעיטמענט פון די פאראייניגטע שטאטן מיט ארגענטינע, בראזיל, קאנאדע, טשילע, קאלאמביע, גואטאמאלע, האנדורעס, מעקסיקא, פאנאמא און נאך, פארלאנגען זיי קאטעגאריש פון די רעגירונג אין ווענעזועלא אפצושטופן די בעפארשטייענדע בליץ וואלן וואס דער דיקטאטור מאדורא האט פאררופן.

די וואלן, וועלכע ווערן באיאקאטירט דורך די אפאזיציע, איז געפלאנט אויף מאי 20, און ווערט געזען ווי א פרואוו פון מאדורא צו אפהאלטן שנעלע וואלן כדי נישט צו געבן פאר די אפאזיציע צייט זיך צו ארגאניזירן, און אזוי ארום צעמענטירן זיין פאזיציע אלס אויסשליסליכער דיקטאטור אין דעם הונגער-געפלאגטן לאנד.

די לענדער זאגן, אז אויב וועט ער ווייטער גיין מיט די וואלן, וועלן גענומען ווערן שטרענגע שריט -- וואס ווערט דורך אנאליסטן אויסגעטייטשט ווי פרישע סאנקציעס קעגן די רעגירונג באאמטע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל