וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן באקומען גוטע נייעס, ווען מען האט געהערט פון מער דעמאקראטישע סענאטארן אז זיי וועלן שטיצן און שטימען פאר דזשינע העספעל, טראמפ'ס נאמינירטע צו דינען אלס סי-איי-עי דירעקטאר. העספעל איז אויסגעשטאנען שווערע סענאט פארהערן און פראגעס איבער איר ראלע אין פייניגונג-אויספארשונג מעטאדן אויף געפאנגענע טעראריסטן נאך סעפטעמבער עלעווען, אבער עטליכע דעמאקראטן זענען נעכטן ארויסגעקומען מעלדן אז זיי וועלן איר שטיצן, אריינגערעכנט סענאטאר מארק ווארנער, סענאטארשע היידי הייטקעמפ, וואס באדייט אז אויב באקומט העספעל אלע רעפובליקאנער סענאט שטימען, וועט זי באשטעטיגט ווערן צום אמט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל