אין די לעצטע וואכן קוקט אויס אז סינטיע ניקסאן, וועלכע איז אין אנהויב באטראכט געווארן צו זיין א מינדערוויכטיגע פאליטישע ספעקטאקל, קען שטעלן א ערנסטע געפאר צו דער פאליטישער קאריערע פון גאווערנער קאומא, נאכדעם וואס אירע ציפערן אין די אנקעטעס שטייגן נאכאנאנד, און אירע לינקע-ליבעראלע רעטאריק געפינט שטיצע צווישן צווישן יונגע ניו יארקער וועלכע זענען אומצופרידן פון די סטאטוס-קווא.

ניקסאן האט היינט ארויסגעגעבן א ווידעא אין וועלכע זי לאדנט איין דעם גאווערנער פאר אן עפנטליכע דעבאטע, צולייגנדיג אז איינע פון די גרויסע טעלעוויזיע סטאנציעס אין ניו יארק האט אנגעבאטן צו געבן א עפנטליכע פלאטפארמע פאר׳ן דעבאטע. דאס לייגט אריין קאומא אין א פארלעגנהייט, וויבאלד זיך שטעלן צו א דעבאטע וועט געבן פאר ניקסאן אן אפיציעלע סטעמפל פון אן ערנסטע קאנדידאט.

דער ווארטזאגער פאר׳ן גאווערנער׳ס ווידערערוויילונג קאמפיין האט דערקלערט אז קאומא נעמט ערנסט אין באטראכט אנצונעמען דעם לאדענוג. עס וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס דער גאווערנער שטעלט זיך פאר אן עפנטליכע דעבאטע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל