האַלב פון 25 אָרענדזש–קאַונטי געשעפטן זענען אויסגעלאָפן דערפון און ווארטן אויף מער.

טשעסטער. — אַ צאָל פאַרמאַסיס אין די אָרענדזש–קאַונטי געגנט האָבן באַריכטעט שוועריגקייטן צו באַקומען די "עפּי–פּען" געצייגן וואָס שטעלן צו די לעבנס–רעטנדע מעדיצין פאר שטאַרקע–אַלערדזשיע ליידנדע וועלכע זענען אָנגעוויזן דערויף אין מעדליכע פאַטאַלע עמוירדזשענסיס.

לויט אַן איבערבליק פון 25 פאַרמאַסיס אין אָרענדזש–קאַונטי, האָבן בלויז 13 געזאָגט אַז זיי האָבן אין באַזיץ אַ געוויסע ווערסיע פון די "עפּי–פּען", צי עס איז די ברענד–נעים אָדער די דזשענעריק. זיבן פאַרמאַסיס האָבן געזאָגט אַז מאָמענטאַל האָבן זיי בכלל נישט קיין "עפּי–פּען" אין באַזיץ. פיר האָבן נישט רעאַגירט.

בילד




אַ צאָל פון די פאַרמאַסיס וועלכע האבן באַריכטעט אַז זיי האָבן די ברענד–נעים אָדער די דזשענעריק "עפּי–פּען" אין באַזיץ, האָבן נישט געהאַט מער ווי איינס אָדער צוויי. אָרענדזש–קאַונטי איז נישט די איינציגסטע אָרט וועלכע ליידט פון אַ מאַנגעל אין "עפּי–פּען". לענגאויס דאָס לאַנד איז דאָ פּראָבלעמען צו געפינען די מעדיצין, ווען די "יו–עס פוד ענד דראָג אַדמיניסטרעישאן" (עף–די–עי) האָט אויטאָריזירט די דזשענעריק ווערסיע פון "עפּי–פּען". לויט די "עף–די–עי",קומט דער מאַנגעל צוליב שפּעטיגונגען דורך די פירמעס.

די "עף–די–עי" ווייזט אָן, אַז פּאַציענטן וועלכע האָבן שוועריגקייטן צו עררייכן די פּראָדוקט זאָלן זיך פאַרבינדן מיט די פּראָדוצירער "מיילאַן" קאָסטומער–סערוויס אויף 800-796-9526 פאַר הילף אין טרעפן אָלטערנאַטיווע פאַרמאַסיס.

לויט אַ פּאַציענט-ראַט גרופּע "פוד עלערדזשיע ריסוירטש ענד עדיוקעישאן", האָבן מער ווי 400 פּאַציענטן אין 45 סטעיטס באַריכטעט שוועריגקייטן זייט מאַי– 2 צו איינהאַנדלען "עפּי–פּען" אָדער די דזשענעריק דורך פּרעסקריפּשאָנס.

מיליאָנען אַמעריקאַנער ליידן פון אַלערדזשיס, און צווישן זיי איז דאָ מיליאָנען וואָס ליידן פון דעם אויף גאָר אַ שווערן פאַרנעם. אין געוויסע פעלער קען מען ל"ע פאַרלירן דעם אָטעם אויב זאָל איינער — צום ביישפּיל — וואָס איז אַלערגיש צו ניס, עסן ניס אָדער עפּעס וואָס ליגט אין דעם ניס.

לויט די עף–די–עי איז איינס פון יעדע 50 אַמעריקאַנער אין אַ מעגליכע סכנה פון איינע פון די אַלערדזשיק רעאַקציעס. דאָס ווערט גערופן "עניפילעקטיק שאָק" און קען זיין ממש אַ סכנה אויפ'ן לעבן אין גאָר שווערע פעלער. אין אַזאַ פאַל איז געווען דער איינציגסטער אויסוועג צו לויפן אין שפּיטאָל אויב האָט מען געקענט אָנקומען באַצייטנס. די "עפּי–פּען" איז עפּעס וואָס ראַטעווען יערליך אומצאָליגע לעבנס, ווען די מענטשן וואָס זענען שווער–אַלערגיש צו אַ געוויסע זאַך טראָגן דאָס אַרום מיט זיך. אויב חלילה האָט מען אַ רעאַקציע צו אַ עסן און עס פאַנגט זיך אָן אַן אַטאַקע, נעמט מען אַרויס די "פּען" און מען שטעכט אַריין דעם שפּיץ ערגעץ אויפ'ן קערפּער לויט די אָנווייזונגען פון אַ דאָקטער און דאָס גיט אַריין אין די מענטש די מעדיצין "עפּינעפּרין" וואָס באַרואיגט די רעאַקציע.

דער "עפּי–פּען" איז אַזאַ וויכטיגער טייל פונעם לעבן פון די עמפינדליכע מענטשן אַז די מענטשן ווערן אָנגעזאָגט אַז זיי זאָלן קיינמאָל נישט גיין אין ערגעץ אָן מיטנעמען אַזאַ "פּען".

*
דעם פאַרגאַנגענעם יאָר איז געווען אַ שטורם איבער די העכערונג פון די "עפּי– פּען", וואָס האָט מעגליך אַן אַפעקט אויף די מאַנגעל.

אין 07' האָט די קאָמפּאַני "מיילאַן" אָפּגעקויפט די "עפּי–פּען". די פּרייז פאַר אַזאַ "עפּי–פּען" איז דאַן געווען אַרום 57 דאָלער אַ שטיקל, אָדער אַרום 97 דאָלער פאַר צוויי. די קאָמפּאַני האָט צוביסלעך אָנגעהויבן אַרויפשרויפן די פּרייז און עס האַלט היינט ביי אַרום 600 דאָלער פאַר צוויי שטיק. אַזוי ווי די מעדיצין אַרבעט צומאָל נאָר אַ שטיק צייט, און מען דאַרף נאָך אַלץ אָנקומען צו אַ שפּיטאָל זיך אינגאַנצן אַרויסצוזען פון אַזאַ "עניפילעקטיק שאָק" רעקאָמענדירט די העלט דעפּאַרטמענט אַז אַזאַ מענטש זאָל אַרומטראָגן נישט איינס נאָר צוויי אַזעלכע פּענס מיט זיך כסדר, אַזוי אַז אויב קען מען נישט אָנקומען אין שפּיטאָל ביז אַ געוויסע צייט זאָל מען נעמען נאָך אַזאַ "שאַט". צוליב דעם ווערן די עפּי–פּענס היינט פאַרקויפט צוויי אין אַ פּעקל סטאַנדאַרד. דאָס הייסט אַז די פּרייז פאַר די לעבנסוויכטיגע מעדיצין איז אַרויף מיט 500 פּראָצענט אין נאָר עטליכע יאָר. די פּרייז העכערונג האָט אַרויפגעברענגט אַז די "עפּי–פּען" ביזנעס איז געשטיגן צו אַ ביליאָן דאָלער יערליכע ביזנעס לעצטנס.

"עפּי–פּען" האָט כמעט נישט קיין קאָנקורענץ. איין ערנסטע קאָנקורענץ וואָס איז געווען אויפ'ן מאַרקעט גערופן "אווי–קיו" איז געוואָרן צוריקגערופן זינט אָקטאָבער 16 ' דורך די קאָמפּאַני, און אַ צווייטע סאָרט ענליכע מעדיצין "עדרענע–קליק" איז נישט אַזוי פּראַקטיש און גרינג צו נוצן ווי די "עפּי–פּען". דעריבער איז "עפּי–פּען" כמעט ווי אַליין אויפ'ן מאַרקעט ביז אַזויפיל ווי 90 פּראָצענט פון די גאַנצער מאַרקעט פון די סאָרט מעדיצין.

די פאָרזיצערין פון די קאָמפּאַני האָט דאָס אויסגענוצט צו קענען אַרויפשרויפן די פּרייז. די וואָס האָבן אַ גוטע אינשורענס האָבן ווייטער געקענט קויפן די מעדיצין און אַנדערע האָבן געמוזט טוישן צו נעמען  די מעדיצין ווי אַנדערע טראַדיציאָנאַלע מעדיצינען, עפּעס וואָס די עף–די–עי זאָגט איז קאָמפּליצירט און קען זיין אַ סכנה. עס איז געוואָרן אַ גרויסער שטורעם איבער די פּרייז העכערונג. פּאָליטיקאַנטן האָבן אָנגעהויבן פאַרלאַנגען אַז די רעגירונג זאָל נעמען שריט אָפּצושטעלן די פּרייז העכערונג פון די מעדיצין.

די קאָמפּאַני האָט ערשט געענטפערט אַז כאָטש וואָס די פּרייזן זענען שטאַרק אַרויף דאַרף עס פאַר זיך נישט שטערן די פּאַציענטן, ווייל מערסטנס פון די מענטשן האָבן אינשורענס און זייער אינשורענס דעקט די מעדיצינען. נאָך מער, די קאָמפּאַני האָט באַשולדיגט אָבאַמאַ–קעיר פאַר דעם שטורעם, זאָגנדיג אַז וויבאַלד דער אָבאַמאַקעיר געזעץ האָט געצוואונגען קאָמפּאַניס צו הייבן די "דעדאָקטעבלס" שפּירן עס די קאָסטומערס מער.

אַן ערנסטער פּראָבלעם פאַר פּאַציענטן איז דער פאַקט, אַז די מעדיצין האַלט זיך נישט פאַר מער ווי אַ יאָר צייט. און דאָס מיינט אַז אָפּגעזען צי מען האָט דאָס געדאַרפט נוצן, מוז מען יעדעס יאָר איינטוישן און פריש באַצאָלן פאַר דעם דראָג, כדי עס צו האָבן מיט זיך גרייט אַלץ על כל צרה שלא תבא. עקסטער איז די דערמאַנטע רעקאָמענדאַציע פון האָבן מיט זיך צוויי אַזעלכע פּענס. מיט עטליכע יאָר צוריק איז אַרום 35 פּראָצענט פון די מעדיצין וואָס האָט זיך פאַרקויפט געווען נאָר איינס אויפאַמאָל. דאָס וואָלט געמיינט יעצט אַ פּרייז פון אַרום 300 דאָלער, אויך גאָר הויך, אָבער נאָר האַלב פון די 600 דאָלער וואָס מען דאַרף צאָלן איצט וויבאַלד די קאָמפּאַני מאַכט נאָר די טאָפּלטע פּעקלעך היינט.

אַזוי אויך האָט די עף–די–עי געטוישט אַז אַנדערש ווי עטליכע יאָר צוריק וואָס די קאָמפּאַני האָט נאָר געמעגט מאַרקעטן די מעדיצין פאַר אַזעלכע מענטשן וואָס זענען שוין ל"ע אַריבער איין אַזאַ אינצידענט, קען מען עס היינט מאַרקעטן פאַר יעדן וואָס איז נאָר אויסגעשטעלט מעגליך אַריבערצוגיין אַזאַ רעאַקציע אין די צוקונפט חלילה, וואָס דאָס איז ווי דערמאַנט איינער פון יעדע פופציג אַמעריקאַנער בירגער, און דאָס מיינט ווידער אַ שטאַרקע העכערונג אין וויפיל די קאָמפּאַני פאַרקויפט.

אַזוי ווי דער שטורעם האָט ווייטער אָנגעהאַלטן, האָט "מיילאַן" באַשלאָסן אַליין אַרויסצולייגן אַ דזשענעריק דערפון אונטער אַ צווייטן נאָמען וואָס וועט איז פיל ביליגער ווי די אָרגינעלע "עפּי–פּען". דאָס איז געזען אַ קלוגער שריט פון די קאָמפּאַני, וויסנדיג אַז עס וועט נישט לאַנג נעמען און אַ דזשענעריק פון די מעדיצין וועט זיין אויפ'ן מאַרקעט, איבערהויפּט צוליב דעם שטורעם, און בכלל ווייל די מעדיצין איז אַ גאָר גוטער פאַרדינער, האָבן זיי געכאַפּט די נעץ פאַר די פיש, און יעצט וועלן זיי האָבן נישט נאָר דעם ברענד — וואָס איז ווידערמאַנט זייער פּאָפּולער און פאַר מענטשן מיט גוטע אינשורענס וואָס צאָלן נישט פון טאַש ווילן האָבן די ברענד — נאָר זיי האָבן אויך די דזשענעריק, און וועלן מאַכן דאָרט אויך געלט אַנשטאַט אַ צווייטע קאָמפּאַני, און נאָך האָבן די זייטיגע בענעפיט אַז עס קוקט אויס ווי זיי ווילן אַרויסהעלפן די וואָס מוטשען זיך מיט די הויכע פּרייזן פון די ברענד.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל