פיאנגיענג – די רעטאריק פון צפון קארעא אין בעפארברייטונג צום סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און דער דיקטאטור קים יאנג אן, איז נעכטן נאכמער פארשארפט געווארן, ווען דער ארטיגער רעזשים האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט, אראפרייסנדיג וויצע פרעזידענט מייק פענס אלס א "פאליטישע דאמי".

דאס ווייסע הויז האט זיך נישט צופיהל געמאכט צו טאן פון די שארפע אויסדרוקן קעגן דעם וויצע פרעזידענט, אבער האט קלארגעשטעלט אז די צוגרייטונגען צום סאמיט גייען ווייטער אן, און עווענטועל ווענדט זיך עס אין קים, צי דער סאמיט וועט למעשה פארקומען צי נישט. טראמפ זאגט ער וועט קומענדיגע וואך מעלדן ענדגילטיג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל