מיט עטליכע טעג נאך דעם וואס פרעמיער מיניסטער נתני' האט באזוכט אין רוסלאנד, האט א געהילף צו פרעזידענט פוטין געמאלדן אז רוסלאנד וועט נישט נישט שיקן קיין סיריע דעם אנטי-מיסיל שיץ-סיסטעם.

אין רעאקציע צו אטאקעס פון די פאראייניגטע שטאטן און אנגעבליך אויך מדינת ישראל, האט רוסלאנד פריער  אנגעדייטעד, אז זי וועט באוואפענען סיריע מיט א פארגעשריטענעם סיסטעם וואס זאל קענען אראפשיסן מיסילס.

דער באריכט האט דעמאלט באאומרואיגט מדינת ישראל, וועלכע האט אנגעבליך עטליכע מאל באמבארדירט איראנישע מיליטערישע צילן אין סיריע, וועלכע זענען דארט אויפגעשטעלט געווארן מיט'ן ציל פון אטאקירן מדינת ישראל.

"דערווייל איז נישטא קיין רעדע איבער שיקן די מאדערנע סיסטעמס," האט וולאדימיר קאזין, א פוטין-געהילף, געזאגט. "דער אסאד-רעזשים פארמאגט אלעס וואס ער דארף."

די דעקלאראציע איז געקומען מיט א טאג נאך דעם וואס איראן האט געשאסן צוואנציג מיסילס פון סיריע קיין מדינת ישראל, וואס זי האט געטאן לויט געוויסע באריכטן קעגן די ווארענונגען פון רוסלאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל