וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געשאנקען דעם "מעדאל אוו האנאר", פאר א רעטייערטן נעווי סיעל זעלנער בריט סלאבינסקי, וועלכער האט אין יאר 2002 אנגעפירט א געוואגטע "סיעל טיעם סיקס" מיסיע אין אפגאניסטאן, וועלכע האט געפירט צו די טויטן פון זיבן אמעריקאנער זעלנער. ער האט דאן געדינט אלס העכסטער אפיציר פון די גרופע נעווי סיעלס, און די מיסיע איז געווען אוועקצושטעלן אן אבזערוואציע סטאנציע אויפן "טאקור גהאר" בארג אין מזרח אפגאניסטאן. סלאבינסקי האט העלדיש געקעמפט מיט די טאליבאן פאר לאנגע שטונדן, טראץ וואס די מיסיע האט זיך למעשה געענדיגט אין דורכפאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל