וואשינגטאן – דזשאן באלטאן, פרעזידענט טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, האט נעכטן געלאזט וויסן, אז די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט ערנסט די מעגליכקייט פון ארויפשטעלן סאנקציעס אויף אייראפעאישע לענדער וועלכע וועלן ווייטער האנדלען מיט איראן, יעצט נאכדעם וואס אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פונעם נוקלעארן אפמאך.

באלטאן'ס סטראשע איבער סאנקציעס קעגן אייראפעאישע לענדער, וועט ווארשיינליך ברענגען פרישע קריטיק און פארדאמונג פון אמעריקע'ס אייראפעאישע אליאירטע לענדער, וועלכע זאגן אז זיי ווילן אנהאלטן דעם אפמאך. אייראפע וועט דעריבער מוזן אויפקומען מיט א וועג וויאזוי צו קענען אנהאלטן דעם דיעל מיט איראן, און אין דער זעלבער צייט נישט עפענען א פרישן פראנט צווישן טראמפ און אייראפע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל