מאנרא – א היים און א בית המדרש זענען שטארק רואינירט געווארן נעכטן בשכינות פון קרית יואל, אלס רעזולטאט פון א העליש פייער וואס האט אויסגעבראכן אין דער געביידע. דאס פייער האט פאסירט אויף 282 מאונטענוויו דרייוו, וואו עס געפינט זיך דאס בית המדרש אור החיים, און בחסדי ה' האבן די איינוואוינער באוויזן צו עוואקואירן די געביידע אין איילעניש, און וואלונטירן פון "מצילי אש" האבן ארויסגעפירט די ספרי תורה פון דער שוהל אומבאשעדיגט. אלעס אינאיינעם האבן בערך הונדערט פייערלעשער, מצילי אש אינאיינעם מיט די מאנרא פייער דעפארטמענט, געארבעט צו ברענגען דאס פייער אונטער קאנטראל, און זיי האבן עס פארלאשן. לויט די באאמטע, האט זיך דאס פייער אנגעהויבן אינעווייניג אין א וואנט, און אן אויספארשונג גייט אן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל