וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט, אז ער וואלט זייער געוואלט אז דאס אמעריקאנער מיליטער זאל גרינדן א זעקסטע אפטיילונג, וועלכע זאל זיין געצילט דירעקט פאר ספעיס מיסיעס. טראמפ האט מיטגעטיילט זיין פלאן ביי א צערעמאניע אין ווייסן הויז, וואו ער האט אויפגענומען א גרופע וועסט פוינט סטודענטן, זאגנדיג פאר זיי "איר וועט זיין א טייל פון די פינף שטאלצע צווייגן פון דעם אמעריקאנער מיליטער, ארמיי, נעווי, מארינס, עירפארס און קאוסט גארד, און מיר טראכטן אייגנטליך פון גרינדן א זעקסטע, די 'ספעיס פארס', האט דאס פשט?" דער געדאנק פון גרינדן א באזונדערע אפטיילונג אין מיליטער, זיך אפצוגעבן מיט מיסיעס און רייזעס צו ספעיס, איז עפעס וואס וויסנשאפטליכע און ספעיס פארשער שטופן שוין לאנג פאראויס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל