עסטרייך – די יו-ען נוקלעארע ארגאניזאציע האט געמאלדן, אז זייער הויפט אינספעקטאר האט רעזיגנירט, וואס דאס קומט פונקט אין א צייט וואס די ארגאניזאציע'ס אינספעקשאנס אויף איראן'ס נוקלעארע איינריכטונגען זענען אין די העדליינס, צוליב אמעריקע'ס באשלוס זיך ארויסצוציען פונעם נוקלעארן אפמאך. טערא וואריאראנטא האט געדינט אלס הויפט יו-ען נוקלעארע אינספעקטאר פאר כמעט גאנצע פינף יאר, און ער איז געשטאנען אין שפיץ פון די אינספעקשאנס אויף איראן'ס נוקלעארע איינריכטונגען, ווען עס איז באשטעטיגט געווארן אז איראן פאלגט אויס דעם דיעל. עס איז נישט אנגעגעבן געווארן קיין סיבה פאר וואריאראנטא'ס באשלוס צו רעזיגנירן, אבער עקספערטן זאגן אז עס האט זיכער שייכות מיט די אנטוויקלונגען ארום דעם איראן דיעל. ער וועט איבערגענומען ווערן דורך מאסימא אפארא, אן איטאליענער נוקלעארער אינזשעניר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל