ניו יארק – ניו יארק סיטי האט אפגעשטעלט דעם פארקויף פון פרישע טעקסי "מעדאליאנס" צוליב דעם וואס דער אמאליגער-ווערדפולער מארקעט דערפאר האלט אין איין פאלן, אז סיטי האל באאמטע שאצן אז ס'וועט נישט קענען אריינקומען קיין געלט פון איר פאר די קומענדיגע פינף יאר. די "מעדאליאנס" באדייטן די לייסענס וואס ליגט אויף יעדע טעקסי קאר, און זיי זענען אמאל ווערד געווען א מיליאן דאלאר א שטיק. די ווערד דערפון איז אבער גאר שטארק געפאלן נאכדעם וואס די געלע טעקסיס האט געכאפט א קלאפ פון קאנקורענטן ווי "אובער" און "ליפט" - וועמענס צאל דרייווער האבן זיך געדאפעלט פון 90 טויזנט צו 180 טויזנט זינט 2011. די שטאט האט צום לעצטן מאל פארקויפט 350 "מעדאליאנס" אינעם פיסקעל יאר 2014.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל