וואשינגטאן – פאטאליטעטן פון "היט ענד ראן" עקסידענטס זענען אין דער לעצטער שטיק צייט שטארק געשטיגן, לויט א פרישע שטודיע, וועלכע צייגט אויך אז פיסגייער און ביציקליסטן זענען מער ווי זיבעציג פראצענט פון אלע פאטאליטעטן אין אזעלכע סארט עקסידענטן. די שטודיע, וועלכע איז דורכגעפירט געווארן דורך די "טריפל עי פאנדעישאן פאר טראפיק זיכערהייט", צייגט די פאלגענדע אינטערעסאנטע פאקטן: דער ציפער "היט ענד ראן" פאטאליטעטן איז געשטיגן מיט 61 פראצענט פון יאר 09' ביז יאר 16'. בערך 68 פראצענט פון היט-ענד-ראן פאטאליטעטן אין יאר 16' זענען געווען פיסגייער אדער ביציקליסטן, אין פארגלייך צו בלויז 61 פראצענט מיט צען יאר צוריק. אלעס אינאיינעם האבן אין יאר 16' פאסירט 1,980 פאטאלע היט-ענד-ראן עקסידענטס, ברענגענדיג צו 2,049 פאטאליטעטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל