מיאמי – נעכטן איז דער סוב-טראפישער שטורעם "אלבערטא", אנגעפאלן אויף די טרוקעניש אין פלארידע, באטרעפנדיג דעם לעגונע ראיאן מיט ווינטן ביי א שטארקקייט פון 45 מייל פער שטונדע, און פארנדיג א שנעלקייט פון 9 מייל פער שטונדע טיפער און טיפער אין די יבשה. מיליאנען אמעריקאנער בירגער, אין די סטעיטס פון פלארידע, מיסיסיפי, אלאבאמא און ארום, זענען אונטער שטורעם ווארענונגען צוליב אלבערטא, און מ'האט שוין נעכטן געהערט פון די צוויי ערשטע פאטאליטעטן, ווען צוויי לאקאלע רעפארטערס אין פאלק קאונטי, נארט קעראליינע, וועלכע זענען אומגעקומען ווען זייער קאר איז צעקוועטשט געווארן דורך א בוים וואס איז געפאלן פון די ווינטן פון אלבערטא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל