וואשינגטאן – א גרופע דעמאקראטישע סענאטארן האבן נעכטן פארלאנגט, אז דאס ווייסע הויז זאל ארויסגעבן פונקטליכע אינפארמאציע איבער די זיכערהייט מאסנאמען פון פרעזידענט טראמפ'ס פריוואטע סעלפאונס. דאס קומט נאכדעם וואס עס איז ערשינען א באריכט, וועלכע באשולדיגט אז טראמפ נוצט עטליכע פריוואטע סעלפאונס, וועלכע זענען נישט אויסגעשטאט מיט נויטיגע סאפיסטיקירטע זיכערהייט מאסנאמען, און דאס באדייט אז די סעלפאונס זענען אויסגעשטעלט צו א געפאר פון ווערן געהעקט דורך בייזוויליגע פארשוינען. לויט'ן באריכט, לאזט נישט טראמפ אז מען זאל נעמען זיינע סעלפאונס פאר די רוטינע מאנאטליכע זיכערהייט אונטערזוכונגען, טראץ וואס מען זאגט אים קלאר וואספארא געפאר דאס שטעלט. דאס ווייסע הויז לייקנט די גאנצע זאך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל