וואשינגטאן – באריכטן צייגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט אויפגענומען פריוואטע שפיאנען, צו טרעפן שמוץ אויף געוועזענע אבאמא אדמיניסטראציע באאמטע. דער ציל דערפון, איז צו העלפן ווייזן פאר דער וועלט אז די גאנצע איראן דיעל פון יאר 2015, איז אויסגעארבעט געווארן דורך אומעטישע און אומבאגלייבטע מענטשן, און דעריבער איז פארשטענדליך אז טראמפ וויל זיך ארויסציען פונעם דיעל – ווען עס גרייכט דער קריטישער דעדליין פון מאי 12 די וואך פרייטאג. צווישן די אבאמא באאמטע וועמען די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט צו צילן, זענען בען ראודס, אבאמא'ס געוועזענער דעפיוטי נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, און קאלין קהאל, געוועזענער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער פאר וויצע פרעזידענט ביידען, וועלכע האבן געשפילט א גאר וויכטיגע ראלע אין צוזאמשטעלן דעם נוקלעארן דיעל מיט איראן.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל