ניו יארק – נעכטן איבער'ן טאג איז אנגעגאנגען די שווערע אויפרייניגונג ארבעט, אין גרויסע טיילן פון ניו יארק און ארומיגע סטעיטס, איין טאג נאכדעם וואס דער ראיאן איז באטראפן געווארן פון א זעלטענעם שטורעם, מיט שטארקע רעגנס און שווערע ווינטן, פון וועלכע פיר זענען אומגעקומען און כמעט א פערטל מיליאן מענטשן זענען פארבליבן אן קיין עלעקטער. נעכטן האט מען אויך געהערט פון וועטער עקספערטן, אז דאס וואס ס'האט באטראפן דעם ניו יארק ראיאן דינסטאג נאכמיטאג, איז עפעס וואס ווערט גערופן א "מעטעא-צונאמי", דאס באדייט צונאמי-סארט כוואליעס וואס ווערן נישט געשאפן פון אן אונטערוואסער ערדציטערניש, ווי געווענליכע צונאמי כוואליעס ווערן געשאפן, נאר עס קומט צוליב א פלוצימדיגער טויש אין די טעמפעראטור אינעם וואסער, אויסגעמישט מיט ווינט, וואס צעווילדעוועט די כוואליעס, און שאפט נאך שטערקערע ווינטן וואס פארשפרייטן זיך ארום און ארום.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל