מעין – מאטאריסטן וועלכע וועלן אין די קומענדיגע פארנומענע זומער וואכן דורכפארן די סטעיט מעין, וועלן זיך באגעגענען מיט מאדנע און לאכנדיגע טראפיק ווארענונג שילדן, וואס די מעין סטעיט טראנספארטאציע דעפארטמענט האט אנגעהויבן ארויסשטעלן, מיט'ן ציהל צו כאפן די אויפמערקזאמקייט פון מאטאריסטן, אז זיי זאלן זיך בעסער אכט געבן. צווישן די שילדן זענען "א קאלטן נאכטמאל איז בעסער ווי א הייסע טיקעט", "געב אויס געלט אינעם רעסטוראנט, נישט אויף ספידינג טיקעטס", און נאך א שילד ליינט זיך "לייגט אראפ אייער סעל, אדער וועט איר ענדיגן אין איינס" – וויבאלד אויף ענגליש איז "סעל" דאס ווארט "צעל", נעמליך א טורמע צעל.

בילד




בילד: פאר די קאליר-בלינדע

בילד: גייט אריבער און דערנאך גייט קיין סאשעל מידיע

בילד: באמפ, ווען די קינדער זענען דא

בילד: די גאס איז פארשפארט, האסט כאטש א גוטע תירוץ


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל