וואשינגטאן – דער וואשינגטאן פאוסט באריכטעט, אז פארלאפענעם פרייטאג, האט דזשינע העספעל, וועמען טראמפ האט נאמינירט צו דינען אלס נייער סי-איי-עי דירעקטאר, זיך געוואלט ארויסציען פון דער נאמינאציע, זאגנדיג אז זי זארגט זיך אז דער סענאט וועט איר נישט באשטעטיגן. לויט'ן באריכט, האט העספעל געלאזט וויסן אז זי פלאנירט זיך ארויסצוציען, ביי א זיצונג אין ווייסן הויז מיט הויכראנגיקע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע, זאגנדיג אז איר פארגאנגענהייט אלס פירער אין די פייניגונג-מעטאדן פראגראם קעגן ארעסטירטע טעראריסטן, איז צו א נעגאטיווע זאך און דער סענאט וועט איר נישט באשטעטיגן. העספעל'ס קאמענטארן אין ווייסן הויז, האט געברענגט אז סערע סענדערס און מארק שאורט, צוויי טראמפ ראטגעבער, זענען פערזענליך אראפגעפארן צו די סי-איי-עי הויפטקווארטירן, פאר נאך א זיצונג מיט העספעל, און עווענטועל האט זי זיך געבראכן און באשלאסן צו בלייבן אין דער נאמינאציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל