קעניע – די אויטאריטעטן אינעם אפריקאנער לאנד קעניע האבן געעפנט א ברייטע אויספארשונג, צו דערגיין וויאזוי עס האט פאסירט די שרעקליכע קאטאסטראפע מיט א וואסער דאמבע, פון וועלכע 45 זענען אומגעקומען. דער דיזעסטער האט פאסירט פארלאפענעם דאנערשטאג אין דער שטאט סאלעי, ווען א גרויסע וואסער דאמבע נעבן א רויזן פארם האט זיך איבערגעבראכן נאך שווערע רעגנס, שיקנדיג מיליאנען גאלאנען וואסער אויפ'ן גאנצן פארם און ארומיגע באוואוינטע געגנטער.

רויזן פארמעריי איז פון די גרעסטע אינדוסטריעס אין קעניע, און 1 פון יעדע 3 רויזן וואס ווערן היינט צוטאגס פארקויפט אין אייראפע, קומט פון קעניע, וואס צוליב דעם זוכן זיך קעניער פארמערס צו שפארן געלט, און די ספעציפישע פארם האט געהאט געבויט די וואסער דאמבע זייער שוואך און אומלעגאל. אויסער די 45 פאטאליטעטן, זענען 40 נאכנישט אפגעפונען געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל