איסלאמאבאד – א באוואפנטער פארשוין האט געשאסן און פארוואונדעט דעם פאקיסטאנער אינערן מיניסטער, ברענגענדיג פרישע פאליטישע כאאס אין לאנד. די געצילטע שיסעריי אויפ'ן מיניסטער אכסאן איקבאל איז געקומען, בשעת ער האט אפגעשטאט א באזוך מיט איינוואוינער אין דער שטאט נאראוואל, אין בעפארברייטונג צו נאציאנאלע וואלן וואס וועלן אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן יולי, און איקאבאל איז א מיטגליד פון דער "פאקיסטאנער מוסולמענער ליגע", וועלכע זוכט אנצוהאלטן איר יעצטיגן קאנטראל פון דער רעגירונג. דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס א מיטגליד פון דער ראדיקאלער "טאריק אי-לאביק" גרופע, וועלכע איז שארף אויסגעשפראכן קעגן פארשידענע רעפארמען וואס די יעצטיגע רעגירונג האט איינגעשטעלט, אריינגערעכנט דאס וואס זי האט לויזער געמאכט די שטראפן פאר מענטשן וואס רעדן קעגן איסלאם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל