וואשינגטאן – אמעריקאנער בירגער האבן פארלאפענעם מאנאט באקומען אזויפיל ווי 3.4 ביליאן "ראבא-קאלס", דאס הייסט די אויטאמאטישע טעלעפאן רופן דורך פירמעס אדער פאליטישע קאנדידאטן וועלכע שיקן ארום רעקארדירונגען. דער ציפער איז מיט 900 מיליאן מער ווי אמעריקאנער בירגער האבן באקומען אינעם מאנאט אפריל אין יאר 2017, און דאס צייגט אז דער פראבלעם פון די ראבא-קאלס ווערט נאר ערגער מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג. די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע, וועלכע רעגולירט טעלעפאן און סיי וועלכע קאמיוניקאציע מיטלען אין אמעריקע, זאגט אז זיי טוען נאכאנאנד האלטן אן אויג אויף די סארט ראבא-קאלס, מיט'ן ציל עס אפצושטעלן פאר מענטשן וועלכע ווילן דאס נישט באקומען, אבער פירמעס טרעפן נאכאנאנד לעכער אינעם סיסטעם און אין די רעגולאציעס, צו קענען ווייטער מאכן די ראבא-קאלס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל