אוסטין – א פרישער באריכט צייגט, אז די מאסיווע אויל פראדוקציע וואס עס קומט פאר אין טעקסאס, שעדיגט די שאסייען לענגאויס דער גאנצער סטעיט. דער באריכט, צוזאמגעשטעלט דורכ'ן אינפראסטרוקטור עקספערט געבריעל קאלינס, זאגט אז בלויז אין דעם מערב טעקסאס ראיאן, ווערט געדרילט יעדן מאנאט הונדערטער נייע אויל און גאזאלין קוועלער, וואס א סאך דערפון זענען לענגער ווי צוואנציג טויזנט פיס, און עס פעלט זיך אויס דערפאר צו ברענגען פילע רערן, און אוועק-טראנספארטירן זאמד, וואסער און אויסגעגראבענע שמוציגע אויל, וואס אלעס אינאיינעם וועגן די מאטעריאלן מער ווי די גאנצע "עמפייער סטעיט" געביידע אין ניו יארק סיטי. דאס ברענגט אז די גרויסע שאסייען און הייוועיס לענגאויס טעקסאס, וואו די שווער-וואגיגע מאטעריאלן ווערן טראנספארטירט, דארף צוקומען צו פיל מער פארריכטונג ארבעט ווי דער דורכשניט אין אנדערע סטעיטס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל