מאראקא האט היינט צוריקגערופן איר אמבאסאדאר פון טעהראן און געמאלדן אז זי טוט פארמאל אפהאקן אירע באציאונגען מיט דער איסלאמישער רעפובליק, צוליב דעם וואס איראן שטיצט א גרופע רעבעלן וואס אונטערמינעוועט די מאראקאנער הערשאפט אינעם סאהארא מדבר.

זינט די ענדע פונעם שפאנישער הערשאפט אין מאראקא, הערשט א קאנפליקט צווישן מאראקא און די ״פאליסאריא פראנט״ גרופע איבער'ן בעלות פונעם סאהארא ראיאן, און די פאליסאריא רעבעלן קעמפער פירן א גורילא קאמפ קעגן די מאראקאנער מיליטער.

פאר די לעצטע 16 יאר איז דער ראיאן צעטיילט צווישן דעם ראיאן וואס געהערט פאר מאראקא און א טייל וועלכע ווערט באהערשט דורך די רעבעלן.

מאראקא, וועלכע האט אין דער פארגאנגענהייט אפגעהאקט אירע באציאונגען מיט טעהראן אבער זיי באנייט אין 2014, האט יעצט זיך צוגעשטעלט צו א רייע אראבישע לענדער אין שפיץ פון סאודי אראביע וואס באטראכטן איראן אלס געפאר פאר׳ן ראיאן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל