וואשינגטאן – עס ווערט דערווארט אז קומענדיגע וואך זאל קאנגרעס באשטעטיגן א ביל, וואס פארמאגט אין זיך עטליכע פונדאמענטאלע טוישונגען אינעם פוד-סטעמפס פראגראם. די טוישונגען זענען צוזאמגעשטעלט געווארן מיט א "פארם ביל", דורך וועלכע קאנגרעס וועט ווידער-באשטעטיגן פארשידענע סובסידיעס פאר אמעריקאנער פארמערס און פאר דער אגריקולטור אינדוסטריע, און מען דערווארט אז ס'זאל גרינג באשטעטיגט ווערן. א הויפט טויש צום פוד-סטעמפס פראגראם, וועט זיין וואס מ'וועט פון היינט און ווייטער פיל שטרענגער קוקן אויף די רעגולאציעס, און ערוואקסענע, וועלכע זענען צווישן 18 ביז 59 יאר, וועלן מוזן האבן א דזשאב פון אמווייניגסטנס צוואנציג שעה א וואך, אויב ווילן זיי זיין קוואליפיצירט צו געניסן פון פוד-סטעמפס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל