דענווער – די אולטרא-ביליגע "פראנטעיר עירליינס" לופטליניע האט דינסטאג און מיטוואך אפגעהאלטן א גאר גרויסע סעיל, פארקויפנדיג ראונד-טריפ טיקעטס פאר דאמעסטישע רייזעס, פאר א דורכשניט פון זעכציג דאלאר, און עס זענען אויך געווען צו באקומען טיקעטס פאר אזוי ביליג ווי 29 דאלאר. דער סעיל, וועלכע איז געקומען צו אן ענדע נעכטן מיטוואך האלבער נאכט, קומט אלס טייל פון פראנטעיר'ס פארזוך זיך צו ראטעווען פון גענצליכער אונטערגאנג, נאכדעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז זי איז פון די מערסט-אומפאפולערע לופטליניעס אין אמעריקע. פראנטעיר וועט אויך צולייגן נייע רוטס, צווישן ווירדזשיניע, קענסאס און פלארידע, מיט דער האפענונג אויפצולעבן איר פארשלאפענע קאסע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל