האנאלולו – נאענט צו פופצן הונדערט מענטשן זענען עוואקואירט געווארן פון זייערע היימען אין האוואאי קאונטי, האוואאי, ארום דעם קילאואא וואולקאן בארג פרייטאג, נאכדעם וואס עס האט פריש עקספלאדירט און געשאסן לאווא, אש און רויך פאר צענדליגער פיס אין דער לופטן. איינוואוינער האבן באריכטעט אז די לאווא האט אנגעהויבן אראפשטראמען פונעם בארג און איז דורכגעלאפן באוואוינטע געגנטער, אריינגערעכנט וואס ס'האט געשאפן א ריזיגן טיפן שפאלט אין אן ארטיגן הויפט שאסיי. דער האוואאי גאווערנאר האט דערקלערט אן עמורדזשענסי סטאטוס פאר האוואאי קאונטי, און האט אקטיוויזירט די נעשאנעל גארדס, ארויסצוהעלפן מיט די עוואקואציעס און צו שטיין גרייט פאר עמורדזשענסיס. דערווייל איז אבער נאכנישט ארויסגעגעבן געווארן קיין ווארענונג פאר לופטליניעס נישט דורכצופארן העכער דער געגנט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל