פיאנגיענג – פרישע סאטעליט בילדער העכער צפון קארעא ווייזן, אז צפון קארעא האט אנגעהויבן די ערשטע שריט פון איינווארפן און אפשפארן זייער נוקלעארע טעסט צענטער. די סאטעליט בילדער זענען געכאפט געווארן דורך דער אמעריקאנער "פלאנעט לעבס" פירמע העכער דעם מאָנטאַפּ בארג אין צפון קארעא, און מען זעט אז די לעצטע צוויי וואכן זענען זעקס געביידעס פון די נוקלעארע קאמפלעקס איינגעווארפן געווארן. עקספערטן זאגן אז דאס קען מיינען אז צפון קארעא האלט טאקע איין איר צוזאג און הייבט אן אפשפארן דעם נוקלעארן צענטער, אדער קען דאס זיין טייל פון א פאָרשטעלונג וואס קים יאָנג אָן שטעלט אהער, וויסנדיג אז די אמעריקאנער האלטן אלעס מיט דורך סאטעליטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל